top of page

ווער איז בנין בדעת?

יעדע מחנך און חתן מדריך האט זיך שוין זיכער מערערע מאל באגעגנט מיט דעם נאמען 'בנין בדעת', אלס א ארגאניזאציע וואס האט שוין אויפגעטון גאר גרויסע אויפטוען אין אלע אספעקטן פון חינוך, שלום בית, אדער תורת הנפש, און אירע סערוויסעס זענען באקאנט און האבן געמאכט א מהפיכה אין די פעלד פון שלום בית און חינוך.

'בנין בדעת' - די הייליגע ארגאניזאציע וואס האט געשטעלט פאר איר ציל צו בויען און פלאנצן אידישע דורות מיט חכמה און פארשטאנד אויף די ריינע און אויסגעטרעטענע וועג, האט זיך שוין אין די לעצטע קרוב צו 8 יאר בארימט געמאכט מיט זייערע גרויסע קאנווענשן'ס פאר הונדערטער ראשי ישיבות און מנהלים' און זייערע גאר ספעציעלע שיעורים, סעמינארן, פאנעלן און שמועסן, פאר מחנכים, מנהלי המוסדות, און מדריכי חתנים, אויף א היימישע און פראפעסיאנאלע אופן, און נאך מערערע גרויסע פעולות לטובה אונטערוועגנס בעז"ה.

באזונדער האט זיך 'בנין בדעת' איינגעקויפט א גאר גוטן נאמען מיט די ספעציעלע 'בנין בדעת' שיעורים סעריע פאר מדריכי חתנים און עוסקים בשלום בית על טהרת הקודש, וואס האט שוין מדריך געווען צענדליגע מדריכים מומחים במשך די לעצטערע יארן, וואס האט געהאט גאר א ווייטגרייכענדע השפעה, אויף הונדערטער חתנים יאר יערליך און הונדערטע אינגערלייט נעמען איבער זייער הדרכה און קומען מיט פראבלעמן צו זיי, און טוען אויף גדולות ונצורות לטובה אין די פעלד פון הדרכת חתנים און שלום בית.

bottom of page